Your Safety, Our Commitment​

24/7 Emergency Hotline 718-871-6666

חברה שומרים ד’בארא פארק איז ווידעראמאל מצליח צוריקצובאקומען טייערע עקוויפמענט וואס איז גע’גנב’עט געווארן פון א חתונה שפילער

היינטיגע צייטן ווען פארברעכער ווערן מער סאפיסטיקירט, און די צייטן פון ‘כאפצעם’ זענען שוין מער ווייניגער פארביי, דארף די חברה שומרים אויך ווערן מער סאפיסטיקירט צו קענען באקעמפן און בייקומען שעדליכע און הארצלאזע פארברעכער.

דאס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט פארלאפענע וואך ווען די חברה שומרים האבן ערהאלטן א רוף פון א חתונה שפילער, אז עטליכע טייערע אפאראטן פון צווישן זיינע שפילן-געצייג אין די ווערט פון טויזנטער דאלארן, אריינגערעכנט א טייערע קאמפיוטער, זענען נעלם געווארן ביי א זאל אינמיטן די חתונה.

ווען די חברה שומרים זענען אנגעקומען אויפ’ן סצענע און אנגעהויבן אויסשטעלן וויאזוי די גניבה איז זיך מעגליך פארלאפן, כדי צו זאמלען וואס מער אינפארמאציע וואס קען שפעטער גענוצט ווערן צו לעזן דעם פארברעכן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טייערע חפצים זענען שוין גע’גנב’עט געווארן פארמיטאג בשעת דער מוזיקאנט האט אויפגעסעט די מוזיק און ווי עס זעהט אויס איז די ווען – אין וואס די חפצים זענען געליגן – בטעות געבליבן אומפארשלאסן און אין יענע האלבע מינוט ווילאנג קיינער איז נישט געשטאנען ביים ווען, האט דער שייגעץ אויסגענוצט דעם געלעגנהייט און אפגעטראגן מיט די ווערטפולע עקוויפמענט.

ווי נאר די וואלונטירן האבן ארויסגעהאט די בערך’דיגע געשיכטע, האט זיך אנגעהויבן די ארבעט פון זוכן קאמעראס אין די געגנט צו באקומען א שטיקל בליק ווער דער מעגליכער פארברעכער איז. נאך עטליכע שעה פון זוכן קאמעראס איז געלונגען צו באקומען א קלארער בילד פון דעם גנב, און נאכ’ן ארומפרעגן דערנעבנדיגע שכנים און ביזנעסער אויב איינער דערקענט דעם מענטש, איז מען געוואויר געווארן אז ער ארבעט פאר א פירמע וואס האט געטוהן ארבעט אויף יענעם גאס אין די זעלבע צייט פון די גניבה.

דא קומט אריין די עקספערטיז פון שומרים. אין א געווענליכע פאל, איבערהויפט ביי מענטשן וואס טוען נישט אין דעם פעלד 24 שעה א טאג, וואלט די ערשטע רעאקציע געווען רופן די פאליציי, און מיט רעכט. מ’רעדט דא פון טויזנטער דאללער ווערט פון סחורה און מ’האט א בילד פונעם גנב, מ’ווייסט וואו ער ארבעט, עס הערט זיך זייער גוט.

דער פראבלעם איז אבער אז אין א קלימאט אזויווי היינט, ווען די פאליציי איז שטארק איבערגעשטרענגט מיט פארברעכנס וואס הייבן זיך ארויס פון קאנטראל, און שטייגענדע קריים, און פון די אנדערע זייט זענען זייערע הענט געבינדן אין וויפיל זיי קענען טוהן, איז שווער געווען צו ערווארטן אז די פאליציי זאל גיין צו א ריכטער, בעטן אן ארעסט-ווארענט אויף דעם פארברעכער, פאר עפעס וואס אין זייערער אויגן איז נישט גענוג וויכטיג.

האט מען געמוזט אימפראוויזירן און אויפקומען מיט אן אייגענארטיגן פלאן וויאזוי צוריקצובאקומען די גע’גנב’עטע סחורה.

און אז מען ארבעט מיט הארץ, באגלייט מיט א אידישע קאפ איז מען מצליח.

עס איז שווער אריינצוגיין פונקטליך אין די גענויע טאקטיקן וואס זענען גענוצט געווארן דורכאויס דעם פראצעדור, און כאטש אלעס איז געטוהן געווארן הונדערט פראצענט לעגאל, מוז עס אבער באגלייט ווערן מיט א געוואלדיגע מאס געדולד.

נאכ’ן שאפן די קאנטאקט אינפארמאציע פון דעם גנב און נאך א גוטע פאר טעלעפאון קאלס הין און צוריק און בעיקר, אהן א שיעור געדולד, ווען דער פארברעכער דרייט זיך ארויס מיט פארשידענע אויסריידן, איז געלונגען איבערצוצייגן דעם שייגעץ צוריקצוגעבן די זאכן נאך איידער ער האט געהאט די געלעגנהייט עס צו פארקויפן.

נאך באלד א וואך אומערמידליכע ארבעט באגלייט מיט געטריישאפט זענען די חברה שומרים וואלונטירן געווען העכסט צופרידן אנצורופן דעם באלד-מיואוש’דיגער מוזיקאנט און אים צוריקקערן זיינע פארלוירענע עקוויפמענט וועלעכע ער האט אויפגענומען מיט אן אפאטעמענדן שמייכל, בעת וואס ער קען זיך נישט גענוג באדאנקן פאר די חברה שומרים, פאר די ארבעט וואס זיי לייגן אריין, און ווערט רוב מאל ניטאמאל רעכט אנערקענט און ווערט נישט געזעהן פאר די אויגן פון די אלגעמיינע גאס.

די חברה שומרים טוען ביי דעם געלעגנהייט נאכאמאל דערמאנען דעם ברייטן ציבור, קיינמאל נישט אפן צו לאזן די קאר אפילו אינמיטן טאג ווען מ’מיינט אז די גאס איז פארנומען, ווייל די פארברעכער זענען זייער געניט און קענען טוהן זייער גניבה אין ווייניגער ווי א מינוט, און נישט אייביג איז מען אזוי מזל’דיג צוריקצובאקומען די גע’גנב’עטע סחורה, און בעפאר וואס ווי ווען, איז עס שוין פארקויפט און ס’איז צו שפעט. התורה חסה על ממונם של ישראל.

אויב האט זיך חלילה יא געמאכט א גניבה, זאל מען נישט צעגערן נאר תיכף רופן די חברה שומרים און די פאליציי.

NYPD, with Shomrim’s Help, Arrests Drunk Driver After Wild Ride and Close Calls with Pedestrians

NYPD, With Help From Shomrim, Arrests Two Suspects in Stolen Vehicle Case

NYPD Arrests Shoplifting Suspect with Help from Shomrim

Shomrim Secures Firearm Found on Local Street, Assists NYPD Investigation

Protect Your Packages: Stop Porch Pirates in Their Tracks