Your Safety, Our Commitment​

24/7 Emergency Hotline 718-871-6666

די געטרייע חברה שומרים ד’בארא פארק וועלכע שלאפן נישט קיין נעכט (תרתי משמע) צו האלטן די זיכערהייט אין די שטאט, זענען אריינגעשפרינגען אין א פרישע איניציאטיוו לטובת די וואוילזיין פון די בארא פארקער איינוואוינער

חברה שומרים האבן אין די טעג געמאלדן א נייע פראגראם וועלעכע וועט שטארק פארשנעלערן דאס זאמלען אינפארמאציע און אלס רעזולטאט כאפן פארברעכער אהן דעם וואס מ’זאל פארלירן קריטישע מינוטן.

די פראיעקט וואס ווערט גערופן מיטן פאסיגן נאמען

“באשיצט אונזערע גאסן” (פראטעקט אוער סטריטס) צילט צוזאמען צוזאמלען די קאנטאקט אינפארמאציע פון הייזער אייגענטימער וועלעכע פארמאגן קאמעראס, אזוי אויך די גענויע צאל קאמעראס און די פונקטליכע ענגעלס צו וואו די קאמעראס זענען געריכטעט אויפצוכאפן. די אלע גענויע איינצעלהייטן וועלן אי”ה געהאלטן ווערן אין א דאטא-בעיס וואס איז אין די באזיץ פון די חברה שומרים און וועט געניצט ווערן על כל צרה שלא תבוא, אהן דארפן אויסברענגן טייערע מינוטן פון לויפן זיכן קאמעראס און זייערע אייגענטימער, וואס אין געוויסע פעלער קענען די טייערע מינוטן זיין קריטיש פאר די וואלונטירן וואס וואלטן אין די צייט געקענט ארומפארן זוכן א פארברעכער, אדער א פארלוירן קינד, אדער ארומקרייזן אויסטיילן די פלייערס מיט אינפארמאציע אויף וועמען מ’זוכט.

די חברה שומרים טוט אויסנוצן די נייערע טעכנאלאגיע זאל ארבעטן פאר די וואוילזיין פונעם שטאט.

אין די פארגאנגענהייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז קאמעראס זענען קריטיש ווען עס קומט צו זאמלען אינפארמאציע אויף אן אינצידענט וואס איז זיך פארלאפן. די איינצעלהייטן וואס ווידעא קען צושטעלן, שפילן א הויפט ראלע אין סיי וואספארא אינוועסטיגעישאן וואס טוט בעז”ה פארשנעלערן דאס כאפן פארברעכער און פירן צו זייער ארעסט.

דעריבער טוען די חברה שומרים אפעלירן צום ציבור אז ווער עס האט קאמעראס אויף די הייזער, אפיסעס וכדומה זאל זיי ביטע רעגיסטרירן צו די ספעציעלע וועבזייטל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק. אויב געשעהט אן עמערדזשענסי אינעם געגנט וועט די חברה שומרים אייך קאנטאקטן און בעטן די ווידעא פון יענעם ספעציפישן צייט, און אייערע אינפארמאציע וועט בלייבן אין געהיים, אזוי ארום קענט איר ווייטער אנהאלטן אייער פריוואטקייט. אויב ארבעט מען האנט ביי האנט קען מען בעזר השם פארשנעלערן און פארגרינגערן די ארבעט.

אויב דארפט איר הילף זיך אויפצוסיינען צום פראגראם קען מען אייביג רופן די שומרים אפיס אויף 718-851-3927.

דאס איז נישט די עמערדזשענסי נומבער. שומרים וויל ביי דעם געלעגנהייט נאכאמאל דערמאנען דעם קאמיוניטי אז מ’זאל זיכער מאכן צו האלטן די עמערדזשענסי האטליין נומבער אין די טעלעפאון,

718-871-6666 אזוי ארום אין פאל פון אן עמערזשענסי ווען עס קען זיך צומאל האנדלען פון פיקוח נפש ממש, זאל מען נישט דארפן לויפן זוכן דעם נומבער ווייל יעדע סעקונדע איז טייער און קען אויסמאכן א געוואלד.

עס איז צום האפן אז דער נייער איניציאטיוו וועט העלפן אראפנעמען וואס מער שעדליכע עלעמענטן פון די גאסן און אזוי ארום שיקן א מעסעדזש פאר די אלע פארברעכער אז בארא פארק איז נישט קיין

שטח הפקר און דא איז נישט דאס פלאץ צו טוהן קיינע פארברעכנס.