Your Safety, Our Commitment​

24/7 Emergency Hotline 718-871-6666

ווילדע כוליגאנעס ארעסטירט דורך בארא פארק חברה שומרים נאכ’ן אנשלאגן צוויי אידן

געשעהן איז עס פארלאפענעם מוצאי שבת פר’ ויגש ווען א אינגערמאן מיט זיין זון זענען אראפגעפארן די זעקס און פערציגסטער גאס ביי ניו יוטריקט אין בארא פארק ווען זייער קאר האט בטעות אנגערירט די שפיגל פון א צווייטע קאר וואס איז געשטאנען אביסל ארויסגעשטעקט. אין די שמאלע ברוקלינער גאסן איז עס א יעדן טאגיגער ערשיינונג ווען מייסטנס מאל איז ניטאמאל פארהאן קיין שאדן צו די קאר, אין ערגסטן פאל א מינדערער קריץ אינעם שפיגל. אבער זייענדיג ארנטליכע בירגער האבן דער טאטע מיט’ן זון זיך אריינגעצויגן אין דער זייט און ארויסגעקומען פון די קאר זייערע צו באטראכטן אויב עס האט זיך געשאפן סיי וואספארא שאדן און זיך דורכקומען ווי ערוואקסענע.

צו זייער שווארץ מזל איז דער אנדערער קאר געווען אקופירט דורך אפאר ווילדע פארשוינען מיט טונקעלע מחשבות, און אנשטאט זיך דורכשמועסן און פילייכט רופן די פאליציי האבן זיי באשלאסן צו נעמען דעם געזעץ אין די אייגענע הענט אריין און אהן קיין שום פריערדיגע ווארענונג זיך גענומען בא’מקל’ן די ביינער פון די צוויי אידן.

זייערע געבעטן פאר אביסעלע רחמנות זענען געפאלן אויף טויבע אויערן און די צעלאזטע אינגען האבן נעבעך פארגעזעצט צו שלאגן די אידן מיט אכזריות’דיגע קלעפ אהן א רחמנות.

די שכנים האבן געהערט די מאיומ’דיגע קולות פון די צוויי באטראפענע אידן און עס האט זיך אנגעהויבן טוהן א צוזאמענלויפעניש, גוטע אידן האבן זעהן ערפאלג – פרובירט אפצושטעלן די נאכאנאנדע קלעפ, פון די פארטשעס האט זיך אנגעהויבן הערן א כאפצעם מעלאדיע ווי אין א כּאָר, און די צוויי שלעגער זעענדיג כי כלתה אליהם הרעה, און זייענדיג עטוואס געזעטיגט פון אנשלאגן א אידן, האבן זיך אריינגעזעצט אין זייער קאר און האבן אפגעפיצט פון שטח.

דערווייל אבער האבן שוין מערערע שכנים געהאט גערופן די חברה שומרים, און די וואלונטירן – וועלעכע זענען בסייעתא דשמיא דארט געווען אין אן אויגן בליק – האבן אנגעהויבן נאכיאגן די קאר מיט די באנדע דערינען.

זייענדיג ערפארן און געשיקטער ווי די פארברעכער, האבן די וואלונטירן דעריאגט די כוליגאנעס און אפאר גאסן ארויפציר אראפגעהאלטן דעם קאר מיט די חברה.

די שלעגער אינעווייניג האבן זיך געטראפן פארכאפט אין א פאסטקע מיט זייער קאר גענצליך פארשטעלט פון פארן ווייטער, האבן זיי אנגעהויבן מאכן פליטה צו פיס, איינער איז געלאפן אין איין ריכטונג בשעת דער אנדערער אין א צווייטער ריכטונג אבער עס איז געווען צו שפעט. די געטרייע שומרים וואלונטירן האבן זיי פלינק דערכאפט און – שוין זייענדיג היבש מער אין צאל – זיי ווידער אראפגעהאלטן ביז די פאליציי זענען אנגעקומען.

די שקצים האבן געהאט שטארק חשק נישט אנצוקומען אין תפיסה און עס האט זיך געשאפן א שטיקל קאמף צווישן די וואלונטירן און די פארברעכער, אבער אלע זייערע פארזוכן פיזיש און מונדליך זענען אפגעשלאגן געווארן דורך די שומרים וואלונטירן, וועלעכע האבן שוין נאר געווארט אויף די פאליציי צו קומען און אפנעמען די חברה אין טורמע אריין, קורץ דערנאך.

די חברה הצלה איז אויך ארויסגערופן געווארן צו די סצענע צו באהאנדלען די צוויי פארוואונדעטע אידן, אבער נאך א גרונטליכע אונטערזיכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי אידן האבן געהאט גרויסע ניסים און זענען אפגעקומען בלויז מיט מילדע וואונדן וועלעכע די חברה הצלה האבן באהאנדעלט אויפן פלאץ.

די צוויי אידן זענען אהיים מיט א שבח והודאה צום אויבערשטן אז עס האט זיך נישט חלילה געענדיגט ערגער און מיט א געוואלדיגע הכרת הטוב צו די חברה שומרים וועלעכע זענען – ווי אייביג – דארט געווען ווי מלאכים אפצושטעלן א פאטענציאלע בלוט באד.