Your Safety, Our Commitment​

24/7 Emergency Hotline 718-871-6666

אין די פארגאנגענע פאר חדשים האבן די בארא פארקער איינוואוינער באקומען דעם געלעגנהייט מיטצוהאלטן א נישט אזוי באקאנטע זייט פון די פעולות וואס די חברה שומרים ד’בארא פארק טוען אלץ פאר די איינוואוינער

מיט דעם האריקעין סעזאן קוים פארביי, איז בארא פארק מערערע מאל באטראפן געווארן פון שווערע ווינטן און פארפלייצונגען, וואס האבן פאראורזאכט שטערונגען פאר די איינוואוינער אנצוגיין מיט’ן סדר היום. 

דא איז אריינגעקומען בארא פארק חברה שומרים מיט זייערע קלאפער-געצייג און ערפארונג און האבן ארויסגעהאלפן וואו זיי האבן נאר געקענט. 

שומרים פארמאגט כהיום אן אוצר פון מכשירים פאר א יעדע פראבלעמאטישע סיטואציע וואס זאל זיך נאר נישט מאכן. 

אין זייער סטעיט-אוו-די-ארט גאראדזש זענען דא געצייג אין די ווערט פון טויזנטער דאללער וואס קענען גענוצט ווערן אין פאל פון אן עמערזשענסי.

צווישן אנדערע טייערע געצייג ציילן זיך טייערע וואסער-פאמפס ארויסצושעפן וואסער פון א פארפלייצטע בעיסמענט וכו’, א סיטואציע וואס מאכט זיך נישט זעלטן און איז אין געוויסע פעלער א פראגע

פון טויזנטער דאלער וואס קענען שאדן גיין אין מינוטן אויב ווערט נישט דאס וואסער ארויסגעפאמפט אין פעלער ווען מ’האט נישט די פריווילעגיע צו ווארטן אויף א פלאמבער.

איין אזא מעשה איז זיך לעצטנס פארלאפן אין א ישיבה וואו דאס וואסער אינעם בנין האט זיך געהויבן מיט א שנעלקייט און די בחורים האבן געמוזט עוועקואירט ווערן, ביז די חברה שומרים האבן געהארגעט אפאר שעה אויסצוליידיגן דעם בנין פון עטליכע פיס וואסער.

 

אנדערע טייערע טאָלס זענען עלעקטריק זעגן וואס גוטע אידן האבן מנדב געווען, וועלעכע ווערן גענוצט צו שניידן ביימער וכו’ נאך א האריקעין אדער שווערער וועטער, ווען צו ווארטן אויף די אינסטאנצן קען נעמען עטליכע טעג צוליב וואס זיי זענען פארנומען אין אלע עקן פון די סיטי, די שומרים אינגעלייט ווארטן נישט דערויף נאר שפרינגען תיכף אריין אין די ארבעט אוועקצושניידן די ביימער און שווערע צווייגן. א ספעציעלע קורס ווערט געגעבן פאר די מעמבער’ס וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די שווערע געצייג אויך א זיכערע פארנעם. 

דער גאראדזש פארמאגט א פלאטע פון גענעראטארן צו פיטערן עלעקטריציטעט אין פאל פון א קורצשלוס ווען עס קען צומאל זיין סכנת נפשות אדער קען זיך עס רעדן פון שווערער טויזנטער דאללערס שאדן. 

הערשט פארלאפענעם חנוכה האט שומרים באקומען א רוף פון א חשובער סופר, וואס דער בנין אין וואס ער פארמאגט זיין אפיס איז נעבעך פארגאנגען אין פלאמען, און ער האט געזוכט ארויסצונעמען ווערטפולע חפצים וואס זענען נישט געשעדיגט געווארן, אבער אהן קיין לעקטער איז נישט געווען מעגליך זיך אומצוגיין דארט אין די הויפענס ברוכווארג. 

נאך וואס די פייער דעפארטמענט האט באשטעטיגט אז עס איז פארזיכערט אריינצוגיין אינעם בנין האבן די שומרים וואלונטירס אויפגעשטעלט גענעראטארן וואס האבן באלאכטן דעם בנין, און מיט די נויטיגע געצייג זיך אריינגעלאזט צווישן די אש און וואסער און אזוי ארום געראטעוועט איבער צען טויזנט דאללער ווערט פון סחורה וואס וואלטן צוגרונד געגאנגען ליגנדיג אין וואסער. 

און אזוי זענען די חברה שומרים פארנומען רונדע דעם זייגער מיט אזוינע און ענליכע פעלער וואו די אלע ווערטפולע מכשירים קומען צוניץ.

צי איז דאס נאך א האריקעין אדער נאך א שווערע שניי שטורעם, וועלן די מעמבער’ס באלד דארט זיין זיך ארויפשארן די ארבעל און טוהן וואס אימער עס פעלט זיך אויס אוועקצונעמען דעם בור ברשות הרבים, צו וואס די בארא פארקער איינוואוינער האבן א שטארקער הכרת הטוב

Scammers Target Local Groceries with Baby Formula Fraud

Suspect Arrested for Graffiti Vandalism Following Coordinated Effort by NYPD and Shomrim

Shoplifting Suspect Arrested After Quick Response from Shomrim and NYPD

Shomrim and NYPD Stop Store Break-In and Moped Theft

Shoplifting Suspect Arrested by NYPD with Help from Shomrim