Skip to main content

בארא פארק. – די בארא פארק שומרים האט באקומען פארלאפענעם מוצאי שבת א דרינגענדעם רוף פון א מענטש וועלכער האט גערופן אז ער ווערט אויסגעשווינדלט, און מען מוז עס אפשטעלן באצייטנס בעפאר דער שווינדלער וועט נאך עספיען אנצופילן זיינע טאשן מיט געלטער פון אומשולדיגע פארבייגייער.

די געשיכטע האט זיך פארלאפן ווען ער איז געפארן אויף 12 ביי 58, ווען פלוצים איז אנגעקומען אונטער אים א קאר וואס האט זיך גענומען פייפן און ווינקען אז ער זאל זיך אפשטעלן. ווען דער אינגערמאן האט זיך אפגעשטעלט, איז געקומען צו אים דער דרייווער פונעם קאר אונטער אים, און מיט קולות באשולדיגט אז ער האט אים געשעדיגט.

לויט די פאבריצירטע געשיכטע פונעם פארשוין, האט אים דער אינגערמאן צעקלאפט זיינע הענט וואס האבן זיך ארויסגעשטעקט פון די פענסטער פון זיין קאר, זייענדיג דאבל-פארקירט אין א זייט. דער פארשוין האט פארגעשלאגן אז אויב באקומט ער עטליכע הונדערט דאלער וועט ער נישט מאכן קיין פאליציי רעפארט און ער וועט אים נישט קלאגן אין געריכט.

דער אינגערמאן האט נישט געזוכט זיך צו פארפלאנטערן מיט א פרעמדער פארשוין וועמען ער קען נישט, און ער האט אים געגעבן 450 דאלער, און אפגעכאפט ווי אזוי ער גיבט אים דאס געלט אלס באווייז אז ער האט אים באצאלט, און די צוויי האבן פארגעזעצט מיט זייער וועג.

נאך א מינוט האט זיך דער אינגערמאן געכאפט אז עפעס שטימט נישט דא, דער מאן האט נישט געהאט קיין פארוואונדעטע האנט, און בכלל האט ער נישט געשפירט ווי ער זאל אנרירן יענע קאר צו נאנט. ער האט באלד גערופן בארא פארק שומרים און איבערגעגעבן זיין געשיכטע פארן געטרייעם דיספעטשער.

די שומרים  וואלונטירן האבן – ווי אייביג – זיך באלד גענומען צו דער ארבעט. זייי זענען באלד אראפגעגאנגען און גרונטליך איבערגעקוקט די זיכערהייט קאמערעס אויפן ארט וואו עס האט געזאלט פארקומען, און טאקע באשטעטיגט אז די גאנצע געשיכטע איז פון-פינגער-אויסגעזויגן, און די עקסידענט איז קיינמאל נישט פארגעקומען. אין אנדערע ווערטער, דער אינגערמאן איז געפאלן א קרבן צו א פינסטערער גנב און שווינדלער.

צומארגנס האט בארא פארק שומרים ארויסגעלייגט א מעלדונג אז יעדער זאל וויסן איבער דעם שעדליכן פארשוין וואס דרייט זיך ארום איבער די גאסן און באשווינדלט מאטאריסטן מיט א ביליגע טאקטיק פון פאבריצירן עקסידענטן.

עס האט נישט גענומען לאנג, און 12 אידן פון בארא פארק און נאך 2 פון וויליאמסבורג, האבן אריינגערופן צו שומרים מעלדן אז זיי האבן אויך געהאט צו טוען מיט דעם פארשוין, און זענען אויסגעשווינדלט געווארן דורך אים.

שומרים האט אפגעשריבן אלע אינפארמאציע און דאס איבערגעגעבן פאר די ניו יארקער פאליצייאישע פארשער וואס האבן אויסגעפארשט די שווינדלערייען קלאגעס, און אום מיטוואך אינדערפרי האט אים די פאליציי סוקסעספול  ארעסטירט אין זיין הויז אין בענסענהערסט.

אין ליכט פון דעם אינצידענט טוט חברה שומרים פון פריש אפעלירן,  אז די אלע סארט שווינדלערייען זענען געווענליך דורך פארשוינען וואס טוען דורכפירן די שווינדלערייען איינמאל און נאכאמאל, און ווי שנעלער מען שטעלט זיי אפ אלס ווייניגער וועלן מענטשן פארלירן שווער אויסגעהארעוועטע געלטער. עס איז וויכטיג צו וויסן אז ווען איינער פארלאנגט קעש אויפן ארט ברענגט דאס באלד ארויס ספיקות און פארדאכטן, און אז איר פאלט אריין מיט אזא איינעם, אדער איר זעט עפעס פארדעכטיגט, האט רחמנות אויף זיך אליינס און אויף אנדערע, און רופט אריין ווי פריער צו די שומרים עמערדזשענסי האטליין אויף 718-871-6666.

התורה חסה על ממונה של ישראל.